"A Mayvin I Am"
As I Heard Them, Vol. 1, pp. 29-30, no. 2
די מדריגות וועגן רוח הקדש: אויף דעם אַלטן רבי'ן פלעגט ער אַזוי זאָגן: "זיין רוה"ק" האָט פון אים ניט אָפּגעטראָטן אַ רגע כמימרא, דער מיטעלער רבי האָט רוה"ק ווען ער וויל, געווען צייטן אַז ער האָט קיין רוה"ק אויך ניט געוואָלט, דער רבי (ד.ה. דער צ"צ) — צוויי מאָל אַ טאָג דריי מאָל אַ טאָג. האָט דאָס געזאָגט איינמאָל ר' אייזל נ"ע פאַר ר' הלל'ן נ"ע. זאָגט ר' הלל: און איר האָט רוה"ק? זאָגט ער: ניין. זאָגט ר' הלל: אַז מ'האָט ניט איז פון וואַנען ווייס מען? זאָגט ר' אייזל: אַ מבין בין איך. אויף דעם וואָרט "זיין רוה"ק" וואָס ר' אייזל האָט געקוועטשט אויף דעם אַלטן רבי'ן, איז פאַראַן נאָך אַ מעשה וואָס ר' אייזל נ"ע פלעגט דערציילן: אַמאָל איז אַרויס דער אַלטער רבי און זאָגט מיט אַ ניגון: ביי דעם רבי'ן (היינו המגיד ממעזריטש) איז געווען אמת'ער רוה"ק, די מופתים וואָס עס איז ביי די וואָלינער גוטע אידן וויל איך ניט אַ קוק טאָן אין יענעם זייט. רופט זיך אָן דער פעטער לייבעלע (היינו אחיו של אדמו"ר הזקן זי"ע) וואָס איז אונז נוגע וואָס ביי לייטן, מיר דאַרפן וויסן וואָס ביי אונז איז. און דער אַלטער רבי חזר'ט איבער נאָכאַמאָל, און חסידים פּאַרקען אונטער אים זאָל פרעגן נאָכאַמאָל. רופט זיך אָפּ דער אַלטער רבי: עס שטייט אויף שמחת בית השואבה "שמשם שואבין רוה"ק". פלעגט דער זיידע רמ"י נ"ע אויספירן: אָט דאָס האָט געקוועטשט ר' אייזל נ"ע "זיין רוה"ק", דער רוה"ק שמשם שואבין רוה"ק כו'.
Concerning the levels of ruach hakodesh, Reb Aizel would say: “The Alter Rebbe’s ruach hakodesh never left him for even a moment; the Mitteler Rebbe had ruach hakodesh whenever he wanted — there were times when he neither had it, nor wished for it. The Rebbe (the Tzemach Tzedek) has it two or three times a day. ”
Reb Aizel once told this to Reb Hillel [Paritcher], 3 who asked him in reply: “And you have ruach hakodesh?!”
“No, ” he answered.
3 R. Hillel Molisov of Paritch was a leading chossid of the Mitteler Rebbe and the Tzemach Tzedek, and an outstanding oived. He served as Rav in Babroisk until the Tzemach Tzedek appointed him to travel trhoughout the agricultural settlements near Kherson and teach Chassidus.
Reb Hillel then said, “If you don’t have it, then how do you know?”
“A mayvin I am, ” said Reb Aizel.
Holiday: simchas_beis_hashoeivah (2/5): The Alter Rebbe closes by citing the teaching on Simchas Beis HaShoeivah that "from there they draw ruach hakodesh" — useful as an aside at a Simchas Beis HaShoeivah farbrengen, though the story itself does not take place then.